און צום דריטן מאל

.לאמיר זינגען שבחים, פארן מלך מלכי המלכים

מאנטאג חוה''מ פסח תשפ''ו

די מעמד איז נישט געאייגנט פאר קינדער

לאמיר זינגען

.א נאכט צו פארברענגען. זינגען און לויבן. בשבת אחים

פון פריעדיגע צדיקים און אונזערע וועג ווייזער'ס זאגט מען נאך פיהל, אין די גרויסקייט וואס די כוח הנגינה האט. די הויכע עולמות וואס מ'קען דערגרייכן. די שפראך פונעם נשמה איז ריינע הארציגע נגינה, יעדער קען עס פילן, ווען א גוטן הייליגער ניגון איז מעורר צו די טיפסטע סטרונעס אביסעלע נענטערע קשר צום טאטן אין הימל. אין א וועלט ווי נגינה איז אויסגעמישט ביז גאר, לאמיר אינאיינעם דעם חול המועד פסח זיך צוריק מקשר זיין מיט די אלטע כוח הנגינה, אן אוצר מיט וואס מיר אידן זענען באשאנקען א ריזיגן. מיט געשמאקע ניגונים זינגען צוזאמען און פארברענגען מיט א נעימות העכער און העכער, און א ווארעמע חסידישע און געשמאקע אטמאספערע. פארצייטישע נגינה. אויף א היינטיגע פארנעם.

.גּוֹמֵר עָלָיו אֶת הַהַלֵּל, וְאוֹמֵר עָלָיו בִּרְכַּת הַשִּׁיר

מאנטאג חול המועד פסח תשפ''ו

🚌

באקוועמע באסעס וועלן ארויספארן בשעה 6:45 PM

פון Rookwood Road

📍

די פראגראם וועט פארקומען אינעם גיגאנטישן
The Lighthouse Theatre

The Lighthouse, 262–274 Camberwell Rd, London SE5 0AY

🚪

די טויערן וועלן זיך עפענען בשעה

7:45 PM

🎶

לאמיר זינגען אינאיינעם - פתיחת המעמד בשעה

8:15 PM

א נאכט וואס איר ווילט נישט פארפאסן

אהערגעשטעלט דורך RG פראדוקשענס.
אנגעפירט דורך דעם מייסטער־קאפעליע פירער ר' שמאי שווארץ.

באגלייט מיט די הערליכע שטימעס פון די נגינה בעלי מנגנים.
מיוזיק אראנדזשירט דורך ר' בעני בראנדסדופער מיטן חבריא.

א נאכט פון עונג יום טוב